isaac rosenblatt zich alein şarkı sözleri
וואס זאגסטע אויף אזא מציאות
אזא זמן אזא חיות
ווען יעדער וועט יעדעם פארשטיין
און יעדער וועט נאר זיין זיך
אליין
קיינער ווועט קיינעם נישט פלאגן
קיינער האט נישט קיין חיסרון
פארשטיין אז מיר זענען איין
און יעדער וועט נאר זיין זיך אליין
מ'דארף נישט אזוי פול איבערטראכטן
אלע זאכן וואס מיר מאכן
און ווען מען טוט פון די בארג אראפאלן
פון די וועלט נעמט מען זיך לאכן
ווייל א מענטש וואס פארשטייט
אז וואו ער שטייט און ער גייט
די שכינה דארט אים מ'באגלייט
ווייל אין יעדע פלאץ אין יעדע מקום
א רוהיג ווינטל א ווילדע שטורעם
אייביג וועסטו זיין זיך אליין
וואס זאגסטו אויף אזא צייט
ווען אונז באלאנגען מיר אויף די זעלבע זייט
יעדער האט זיין אייגענע חן
און יעדער וועט בלייבן זיך אליין
מ'דארף נישט אזוי פול איבערטראכטן
אלע זאכן וואס מיר מאכן
און ווען מען טוט פון די בארג אראפאלן
פון די וועלט נעמט מען זיך לאכן
ווייל א מענטש וואס פארשטייט
אז וואו ער שטייט און ער גייט
די שכינה דארט אים מ'באגלייט
ווייל אין יעדע פלאץ אין יעדע מקום
א רוהיג ווינטל א ווילדע שטורעם
אייביג וועסטו זיין זיך אליין

